ברוקלין – א שטורעם איז אנטשטאנען נעכטן ווען מ'האט געהערט אז אן עלטערער חסידישער איד איז גאר שווער צעשלאגן געווארן דורך פאליציי אפיצירן. דער אינצידענט - ווי שוין נעכטן באריכטעט - האט פאסירט ווען דער 71 יעריגער איד האט געדרייווט זיין קאר זונטאג נאכט אויף דער אכצנטער עוועניו אין בארא פארק, און פאליציי האבן אים אפגעשטעלט נאכדעם וואס זיי האבן אים געזען רעדן אויפן סעלפאן אינמיטן דרייוון. דער איד, וועלכער קען נישט קיין גוטן ענגליש, האט פרובירט מסביר צו זיין פאר די פאליציי אפיצירן אז ער קען נישט געהעריג זוכן זיין "קאר רעגיסטראציע", וויבאלד זיי שיינען צו שטארק אריין מיט'ן פאליצייאישן "פלעשלייט" אינעם קאר. האבן אים די אפיצירן ארויסגעשלעפט פון קאר, אים אראפגעשליידערט אויף דער שאסיי, וועלכע איז געווען פול מיט רעגן און מאראסט פונעם שווערן אנגייענדיגן שטורעם, און האבן אים ארעסטירט מיט א ווילדקייט. ער איז געברענגט געווארן צום לאקאלן 66'סטן פריסינקט אין בארא פארק, און באלד נאכדעם איז ער אפגעפירט געווארן אין מיימאנידעס שפיטאל פאר באהאנדלונג אויף די וואונדן וואס ער האט געליטן ביים ארעסט. לאקאלע פאליטישאנס און עסקנים האבן ביי אים באזוכט, און האבן נעכטן איבער'ן טאג אנגעהויבן א קאמפיין אז די פאליציי אויטאריטעטן זאלן אויספארשן דעם ווילדן ארעסט.

בילד: עלטערער בארא פארקער איד צעשלאגן דורך פאליציי




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל