וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס קינדער, דאנאלד טראמפ דזשוניאר און עריק טראמפ, וועלן אין די קומענדיגע טעג פארן קיין אינדיע, וואו זיי וועלן לאזן אין גאנג א גרויסן ריעל עסטעיט פראיעקט פאר דער "טראמפ ארגאניזאציע", טראץ וואס ס'זענען דא זארגן אז עס וועט זיין א "קאנפליקט אוו אינטערעסט", און כאטש פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן, אז בשעת ער וועט דינען אין ווייסן הויז וועט זיין ביזנעס נישט שליסן קיין שום נייע דיעלס אין אויסלאנד, צו פארמיידן קאנטראווערסיעס און לעגאלע פראבלעמען. די טראמפ ארגאניזאציע האט שוין אונטערגעשריבן דעם "דיעד" פאר צוויי נייע גרויסע געביידעס אין אינדיע, נאך איידער טראמפ האט געמאכט די פארשפרעכונג איבער נישט שליסן קיין נייע דיעלס, אבער דאך ווערט אנגעצייגט אז די געביידעס דארפן נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן, און דאס קען קלאר זיין א "קאנפליקט אוו אינטערעסט", אז אויב וועט אויפקומען עפעס א פראבלעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג וועט האבן מיט אינדיע, וועט טראמפ ווערן באאיינפלוסט פון זיינע רייכטומען אין אינדיע, און טאן וואס ס'איז די בעסטע פאר זיין ביזנעס און נישט פאר אמעריקע.

בילד: טראמפ אינוועסטירט אין אינדיע טראץ פארשפרעכונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל