וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער נעמט דעיוויד קאוטער אלס דעם נייעם אנפירער פאר דער "איי-אר-עס" שטייער אגענטור. דאס קומט נאכדעם וואס זיין אדמיניסטראציע האט געשליכטעט א סעריע אנקלאגעס מיט עטליכע קאנסערוואטיווע "טי-פארטי" גרופעס, וועלכע האבן געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג מיט באשולדיגונגען אז די איי-אר-עס האט זיי אומלעגאל געצילט און געטשעפעט אונטער פרעזידענט אבאמא'ס פירערשאפט, בלויז ווייל זיי זענען געווען קאנסערוואטיוו. אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט געמאלדן אז דער יוסטיץ דעפארטמענט האט געשלאסן אן אפמאך מיט די טי-פארטי גרופעס, אז זיי זאלן ארויסציען די געריכטליכע קלאגעס, און אין אויסטויש וועט די רעגירונג פארטיילן קאמפענסאציע געלטער פאר איבער 400 טי-פארטי גרופעס וועלכע זענען געצילט געווארן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע. אויסער דעם וועט די טראמפ אדמיניסטראציע ענדיגן שנעל באשטעטיגן די "שטייער-פריי" סטאטוס פאר די גרופעס וועלכע האבן עס נאכנישט.

בילד: טראמפ מעלדט נייעם איי-אר-עס פארזיצער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל