וואשינגטאן – נעכטן האט מען געזען געמישטע סיגנאלן איבער'ן צושטאנד פון דער אמעריקאנער עקאנאמיע. ערשטנס האט מען געזען וויאזוי דער סטאק מארקעט האט אנגעהאלטן איר "טרענד" פון פארלוסטן אין די לעצטע פאר טעג, און אינוועסטירער האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען באזארגט איבער די באריכטן, אז די רעפובליקאנער אין קאנגרעס קלערן איינצושטעלן א מער לאנגזאמע פאזע פון נידערן די הויכע קארפארעיט שטייער ראטע, אנדערש ווי וואס טראמפ האט געהאט פארשפראכן אז מ'וועט עס נידערן זייער שטארק און שנעל. פון דער אנדערער זייט האבן פעדעראלע אויטאריטעטן באריכטעט אז קאנסומער שפענדונג אין פארלאפענעם מאנאט סעפטעמבער איז געשטיגן מיט דעם העכסטן שפרונג זינט 8 יאר צוריק, און ווי אנאליסטן זאגן קומט דאס ווארשיינליך פון די מאסיווע קאר איינקויפונגען אין פלארידע און טעקסאס, וואו האריקעין-געליטענע ערזעצן זייערע פארפלייצטע און געשעדיגטע אויטאס. לויט די באריכטן, איז א מערהייט פון דער קאנסומער שפענדונג נישט געקומען פון העכערע פארדינסטן, נאר מער אמעריקאנער הייבן אן אריינצוטאפן אין זייערע אנגעשפארטע געלטער.

בילד: געמישטע עקאנאמישע אנטוויקלונגען אין לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל