וועסט ווירדזשיניע – אן ארעסטאנט וועלכער איז אנטלאפן פון א טורמע אין וועסט ווירדזשיניע, דורכ'ן זיך פארשטעלן ווי א ציווילער באזוכער, איז געכאפט געווארן אין טעקסאס. דער פארשוין טאד וועין בויס (Todd Wayne Boyes), וועלכער איז געזעסן אין טורמע אריגינעל נאכ'ן געפונען ווערן שולדיג אויף הארבע מארד קלאגעס, איז אנטלאפן פון דער וועסט ווירדזשיניע טורמע מיט 4 טעג צוריק, ברענגענדיג א מאסיווע זוך אקציע לענגאויס די גאנצע סטעיט און עטליכע ארומיגע סטעיטס. בויס איז ענדליך געכאפט געווארן דורך פעדעראלע אגענטן אין לאורעדא, טעקסאס, ווען ער האט פרובירט אריבערצושווימען די ריא גראנדעי טייך און זיך אריבערכאפן קיין מעקסיקא. פעדעראלע גרעניץ וואך באאמטע האבן ארויסגעהויבן די גאר נאענטע און געלונגענע צוזאמארבעט וואס זי האט געהאט מיט די לאקאלע אויטאריטעטן אין וועסט ווירדזשיניע און אין טעקסאס, וועלכע האבן גלייך באריכטעט פאר די גרעניץ באאמטע איבער דער מעגליכקייט אז בויס וועט פרובירן צו אנטלויפן קיין מעקסיקא.

בילד: ארעסטאנט פרובירט אנטלויפן קיין מעקסיקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל