וואשינגטאן - אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער האבן נעכטן באריכטעט אז ״ספעשל פארסעס״ זעלנער האבן באוויזן צו כאפן א הויכראנגיקן טעראריסט וואס איז געווען פארמישט אין דער בענגאזי אטאקע אין יאר 2012. לויט די קוועלער, האט דער פריש-געכאפטער טעראריסט געשפילט א הויכע ראלע אין פלאנירן און דורכפירן די אטאקע אויפ'ן אמעריקאנער קאנסולאט, פון וועלכע דער אמעריקאנער אמבאסאדאר קריס סטיווענס און נאך 3 אמעריקאנער זענען אומגעקומען. דער טעראריסט, וועמענס אידענטיטעט ס'איז דערווייל נישט פובליצירט געווארן, איז געכאפט געווארן אין א געוואגטער מיסיע וואס איז דורכגעפירט געווארן אינמיטן פינסטערניש פון דער נאכט, און עס איז באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ און מיט דער קאאפעראציע פון דער אינטערנאציאנאל-אנערקענטער ליביער רעגירונג. דער טעראריסט וועט אריבערגעברענגט ווערן קיין אמעריקע, און וועט פראצעסירט ווערן אין ציווילן געריכט.

בילד: אמעריקע כאפט בענגאזי אטאקע טעראריסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל