מאנהעטן – אין דער צייט וואס מ'הערט אנטוויקלונגען איבער׳ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער וועלכער פארשט דעם טראמפ קאמפיין, האט מען נעכטן געהערט א רוף אין ניו יארק סיטי, אז מען זאל שטעלן א ספעציעלן פראקוראר אויסצופארשן מעיאר ביל דעבלאזיא. דער רוף איז געקומען פונעם רעפארם פארטיי קאנדידאט סאל אלבאניז, וועלכער לויפט קעגן דעבלאזיא אין די מעיאר וואלן, און אלבאניז זאגט אז זיין רוף קומט אין שאטן פון די פארשידענע באריכטן וואס זענען אפירגעקומען אין די לעצטע פאר טעג, מיט באשולדיגונגען אז דעבלאזיא האט אקצעפטירט גרויסע קאמפיין ביישטייערונגען, און אין אויסטויש, האט ער געטאן גרויסע טובות פאר די ביישטייערער. נעכטן האט מען אויך געזען אנדערע אנטוויקלונגען אינעם מעיאר פארמעסט, צווישן אנדערן דאס וואס דער ״ניו יארק פאוסט״ האט אינדארסירט די רעפובליקאנער קאנדידאטקע מאליאטאקיס פאר מעיאר.
הוסף רשומת תגובה