ניו יארק – א באריכט פונעם סענטער פאר דעזיז קאנטראל ווייזט, אז די ראטעס פון הויך קאלעסטעראל ביי דער אמעריקאנער באפעלקערונג איז באדייטענד געפאלן צווישן 99' און 16', וואס איז א שטארקע דערגרייכונג אין די אויגן פון דער רעגירונג. די שטודיע האט געפונען אז 12.4 פראצענט דערוואקסענע פון 20 יאר און העכער, האבן געהאט הויכע טאטאל קאלעסטעראל קעגן 18.3 פראצענט אין 99'00'. הויכע טאטאל קאלעסטעראל באדייט דאס האבן א טאטאלן קאלעסטעראל ציפער פון 240 מיליגראם פער דעציליטער פון בלוט. די רעגירונג האפט אראפצוברענגען דעם פראצענט, צו אונטער 13.5 פראצענט, אין פינף יאר ארום. די רעגירונג האט גענומען די אינפארמאציע דורך א סעמפל פון 5,000 מענטשן פון פארשידענע קאונטיס אין אמעריקע.
הוסף רשומת תגובה