לאנדאן - בילדער פון אן אינטערעסאנטן ספעקטאל איז פארשפרייט געווארן אין ענגלאנד, וויאזוי דער אוואנטוריסט טאם מארגעין, 38 יאר אלט, איז געפלויגן מער ווי 15 מייל, ביי דער הייך פון 8,000 פיס העכער דער ערד, איבער די הימלען פון דרום אפריקע, זייענדיג צוגעטשעפעט צו א בלויזן גראז-בענקל (א סארט בענקל וואס מען נוצט צו זיצן אין גארטן) ווערנדיג ארויפגעטראגן דורך 100 גאז באלונס. מארגעין פון בריסטעל, ענגלאנד, האט געארבעט אויף די רייזע לאנגע מאנאטן, איבערקומענדיג שוועריגקייטן, דארפנדיג אויספלאנירן פעלער וואס קענען זיך מאכן, ווי באלונען זאלן פלאצן, און שווערע ווינטן. די ווידעא פון זיין רייזע איז געווארן פארעפנטליכט דורך א גרופע וואס רופט זיך "די אוואנטוריסטן" מיט דער מיסיע פון "קעמפן צו מאכן די וועלט, ווייניגער לאנגווייליג..."

בילד: געפלויגן מיט א בענקל און גאז באלונס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל