שוין א לאנגע צייט וואס עקספערטן ווארענען איבער די גאר געפארפולע צושטאנד פון דעם פלאץ וואס די רעזשים אין נארט קערעא נוצט צו אויספירן זייערע נאכאנאנדע נוקלעארע פראבעס, און אז די טונעלן אונטער דעם בארג קענען עווענטועל צוזאמענפאלן. ווי עס שיינט האט דאס טאקע היינט פאסירט שוין מיט עטליכע וואכן צוריק און די וועלט האט זיך הערשט היינט דערוויסט איבער דעם.

לויט די ערשטע באריכטן וואס זענען אויפגעדעקט געווארן דורך א יאפאנעזער טעלעוויזיע נייעס קוואל זענען איבער 100 ארבייטער אומגעקומען אויפ׳ן פלאץ ווען די טונעל אונטער בארג פאנגירי איז איינגעפאלן, און נאך איבער הונדערט רעטונג ארבייטער זענען שפעטער אומגעקומען פון נאך א צוזאמענפאל.

די באריכטן זאגן אז די לעצטע פראבע וואס נארט קארעא האט דורכגעפירט מיט א הידראלישע באמבע אום ספעטעמבער 3 האבן געהאט א גאר שווערע עפעקט אויפ׳ן בארג און איר איבערגעלאזט אין א שטארקע געפאר פון צוזאמענפאל, אבער די ארטיגע רעזשים האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט די ווארנונגען און ווייטער אנגעגאנגען מיט די אקטיוויטעטן דארט, די קאטעסטראפע קען אויך האבן גאר א שווערע ענוויירמענטאלע עפעקט און ארויסלאזן ראדיאציע צו די ארומיגע געגענטער, א זאך וואס ברענגט שטארקע זארג ביי די ארומיגע לענדער.

בילד: הונדערטער טויטע אין צוזאמענפאל פון נוקלעארע פראבע-לאנד אין נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל