נאך א לענגערע שטרייט צווישן די צוויי לענדער איבער אן אמעריקאנער מיסיל שוץ פראגראם צו וועלכע כינע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט האבן כינע און דרום קארעא געמאלדן אז זיי לייגן אין א זייט די מיינונגס דיפערענצן און וועלן ארבייטן אינאיינעם צו אדרעסירן דעם פראבלעם פון נארט קארעא. דאס צייגט איבער די אויפריכטיגקייט פון כינע איבער די פראבלעם פון נארט קארעא, אז זיי זענען גרייט צו אפיציעל זיך שטעלן אויף די זייט פון די פרא-אמעריקאנער לאנד און זיך קעגנשטעלן נארט קארעא וואס איז אלע יארן געווען א נאנטע פריינט פאר כינע.
די אויסערן מיניסטארן פון די צוויי לענדער האבן פארעפנטליכט א געמיינזאמע דעקלעראציע אין וועלכע זיי ברענגען ארויס די וויכטיגקייט פון פולשטענדיגע קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער וועלכע זענען געאגראפיש נאנט. און זיי זאגן אז מען וועט באנייען פולע דיפלאמאטישע און פריינטליכע באציאונגען, זיי האבן אונטגעשטראכן אז כינע איז די גרעסטע האנדלס שותף פון סאוט קארעא און זיי האבן אויך געזאגט אז זיי וועלן ווייטער דיסוקטירן די מיסיל דעפענס פראבלעמען, אבער אין א פריינטליכע באנעמונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה