א פראמינענטע פארפאלק וועלכע זענען געווען אויסגעשפראכענע אקטיוויסטן קעגן דעם רוסישן פרעזידעט וולדאדימיר פוטין זענען מיסטעריעז דערשאסן געווארן אין קיעוו, אין א אטאקע וואס זעהט אויס צו זיין אונטערגעשטעלט דורך די קרעמעלין. די אטאקע איז פארגעקומען היינט אין די דרויסנדיגע געגענטער ארום קיעוו, די שיסער האבן זיך אויסבאהאלטן צווישן די ביימער און האבן באוויזן צו אנטלויפן

עס האנדלט זיך פון עדעם אוסמייעוו (Adam Osmayev) און זיין ווייב אמינא אקאיאווע (Amina Okuyeva). ביידע זענען באקאנט אין אוקראינע מיט זייער אנטי-פוטין קאמפיין. און האבן אויך געפירט א קאמפיין קעגן די רוסישע אנווענזהייט אין טשעטשניע. און האבן אויך וואלונטירט אין די רעוואלוציע אין אוקראינע קעגן די רוסישע אנוועזנהייט און זענען געווען נאציאנאל אנערקענט אין אוקראינע אלס סימבאלן פון די אויפשטאנד קעגן רוסלאנד.

אמינא איז אומגעקומען אין די שיסעריי, און דער מאן עדעם איז שווער פארוואונדעט געווארן אבער איז ערווארטעט צו איבערלעבן. דאס פארפאלק האט איבערגעלעבט אן אסאסינאציע פרואוו דעם פאריגן יוני ווען איינער וואס האט זיך פארשטעלט פאר א דשורנאליסט האט זיי פרובירט צו אומברענגען אבער אוסמייעוו האט אוספיעט צו ארויסשלעפן זיי ביקס און אוועקלייגן דעם אטאקירער. אלע צייכנט צייגן אז רוסלאנד שטייט דערונטער, אבער די פאליציי אין קיעוו האט געזאגט אז זיי פארשן נאך מעגליכקייטן.

בילד: אנטי-פוטין אקטיוויסט דערשאסן אין קיעוו

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל