נאכדעם וואס זיי זענען באזיגט געווארן אויף פילע פראנטן און ארויסגעטריבן געווארן פון אלע שטעט אין איראן און אין סיריע טוט די טעראר ארגאניזאציע אייסיס פון פריש באטראכטן זייער סטראטעגיע און טוען זיך מאביליזירן אין מדבר ווי זיי פלאנירן זייערע ווייטערדיגע שריט, אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע האבן אויפגעכאפט מאסיווע אקטיוויטעטן אין די טיפענישן פון די סירישע מדבריות ווי מאסן אייסיס קעמפער טוען זיך מושטירן און טרענירן פאר זייערע קומענדיגע שריט. די ריזיגע מדבר איז הונדערטער מיילן גרויס און פארמאגט היילן און בערג אין וועלכע די אייסיס קעמפער טוען אוועקשטעלן זייער מיליטערישע באזע פון ווי זיי האפן זיך צו ארגאניזירן פון פריש און זיך שטארקן אויף זייערע מאסיווע דורכפעלער און פארלוסטן.

ווי עס שיינט פלאנען זיי צו קעמפן גראילע סטיל, און דורכפירן איזלאריטע אטאקעס קעגן די ארומיגע שטעט און איבער רייזנדע קארוואנען, און אזוי אויך טרענירן קעמפער וועלכע זאלן שפעטער צוריקגיין צו זייערע היימשטעט און דורפירן טעראר אטאקעס. דער אמעריקאנער פארשטייער פון די אנטי-אייסיס קאאליציע זאגט אז עס ווערט געשאצט אז אייסיס פארפיגט היינט אויף בלויז ארום 10% פון די לאנד וואס זיי האבן געהאט ביז א יאר צוריק.

בילד: אייסיס קעמפער ארגאניזירן זיך אין מדבר פאר ווייטערדיג שריט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל