די אויספארשונג ארום די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן איז נעכטן אריין אין א פרישע פאזע ווען א איינגעשטעלטער אין די טראמפ קאמפיין איז איינגעגאנגען צו קאאפערירן מיט די ספעציעלע אויספארשונג. און גלייכצייטיג קומען די סאציאלע מידיע נעצן ארויס מיט פרישע ציפערן איבער די אומגעהויערע ברייטקייט פון די רוסישע קאמפיין פון דיס-אינפארמאציע און פראפאגאנדע וואס זיי האבן געפירט דורך סאציאלע מידיע ווי טוויטער און פעיסבוק.

היינט וועלן די סאציאלע מידיע פארשטייער אראפקומען איבערגעבן א באריכט פאר קאנגרעס איבער די דעטאלן פון די רוסישע פראפאגאנדע קאמפיין, און אין צוגרייטונג צו דעם פארהער האבן די פירמעס פארעפנטליכט די ציפערן, און פעיסבוק זאגט אז אזויפיל ווי 126 מיליאן אמעריקאנער זענען געווען אויסגעשטעלט צו די רעקלאמעס און פאלשע נייעס באריכטן וואס זענען באצאלט געווארן דורך א פרא-קרעמלין גרופע אין מאסקווע.

טוויטער האט אויך ארויסגעגעבן שאקירנדע ציפערן, די זעלבע גרופע האט געהאט אפערירט ארום 2,752 פאלשע טוויטער קאנטעס וועלכע האבן פארשפרייט זייער פראפאגאנדע און זענען געווען געצילט צו אויסקוקן ווי לעגיטימע אמעריקאנער בירגער, און האבן פארשפרייט אנטי-קלינטאן און אנטי-אבאמא מאטריאל און אנגעזייעט עטנישע און פאליטישע צוטיילונג. אזוי אויך טוט גוגל איבערגעבן אז די גרופע האט געצילט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער דורך יו-טיוב, א ווידיא וועבזייטל וואס באלאנגט צו גוגל.

אלע פירמעס האבן אויסגעדריקט זייער שאק און געזאגט אז זיי האבן נישט געוויסט אין די צייט אז עס האנדלט זיך פון א סאפיסטיקירטע אנטי-אמעריקאנער קאמפיין. די קאמפיין האט אנגעהאלטן אויך נאך די וואלן ווען די רוסישע גרופע האט זיך געשטעלט אלס גרופע וואס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פון אפריקאנער-אמעריקאנער און געשטיצט פראטעסטן און ראיאטן.

בילד: רוסישע פראפאגאנדע האט געגרייכט הונדערטער מיליאנען אמעריקאנער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל