פרעזידענט טראמפ ווארט נישט אויף די אנטוויקלוגען און זוכט שוין צו אפזיגלען זיין געוועזענער געהילף דשארדש פאפאדאפולוס אלס ״ליגנער״ נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז ער איז איינגעגאנגען אויף א אפמאך מיט די ספעציעלע פראקוראר צו קאאפערירן מיט די אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן, און ווי עס שיינט איז פרעזידענט טראמפ באזארגט אז עס קען פירן צו די אויפדעקונג איבער א צוזאמענארבייט צווישן די קרעמעלין און די טראמפ טורעמ׳ס אין לויף פון דעם קאמפיין.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט נעכטן פארפירט אויף טוויטער אז טראץ די ארעסטן זענען נישטא קיין באווייזן אויף ״צוזאמענארבייט״ אבער ווי עס שיינט טוט פאפדופולוס האלטן באווייזן וועלכע צייגן אז עס איז יא פארגעקומען קאאפעראציע צווישן די רוסישע פראפאגאנדע מאשין און די טראמפ קאמפיין.

אין די זעלבע צייט איז ארויסגעקומען א טראנסקריפט פון די אויפטריט פון פאפאדופולוס פאר א ריכטער, און דער פראקוראר זאגט דארט אז די קאאפעראציע פון פאפאדופולוס איז בלויז א ״קליינע טייל״ פון א ברייטפארצווייגטע אויספארשונג איבער מעגליכע צוזאמענארבייט, און האבן דעריבער געבעטן אז ער זאל בלייבן אין ארעסט אז ער זאל נישט קענען קאמיוניקירן מיט זיינע קאלעגעס אינעם טראמפ קאמפיין איבער וויאזוי צו פארפירן די אויספארשער.

בילד: טראמפ אטאקירט געוועזענעם געהילף אלס ליגנער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל