דשאן קעלי, דער שטאב הויפט פון ווייסן הויז קומט אונטער א כוואליע פון קריטיק נאכדעם וואס ער האט אין אן אינטערוויו מיט די פאקס-ניוז נייעס נעץ פארטיידיגט די גענעראלן פון די קאנפעדערעט שטאטן, און האט באצייכנט דעם פרא-קנעכטשאפט גענעראל ראבערט לי אלס א ״עהערנפולער מאן״ וועלכער פארדינט צו ווערן פאראייביג מיט סטאטוען. און האט אראפגעריסן די וועלכע רופן פאר די באזייטיגונג פון זיינע מאמנומענטן אלס אזעלכע וועלכע האבן נישט קיין אהנונג איבער היסטאריע.
ער האט ווייטער געזאגט אז די ציווילע קריג האט אויסגעבראכן צוליב א אומווילן צו קומען צו א ״פשרה״ אויף ביידע זייטן, און דאס האט געברענגט אז ״גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן זענען אומגעקומען״ טראצדעם וואס עס איז היסטאריש אומריכטיג אז די יוניאן האט צוריקגעוויזן א פשרה, און עס איז אייגנטליך געווען די קאנפעדערעט שטאטן וועלכע זענען געווען פאר׳עקשנ׳ט צו האלטן זייער קנעכטן. די באמערקונגען האבן געברענגט שארפע פארדאמונגען פון ציווילע רעכטן אקטיוויסטן און דעמאקראטן וועלכע זאגן אז אזעלכע קאמענטארן טוען מוטיגן די ווייסע סופרעמאסיסטן. און אזוי אויך האט מען געהערט פון היסטאריקער וועלכע האבן אנגעוויזן אז זיינע קאמערנטארן זענען געווען פיל מיט פארדרייטע פאקטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה