היינט איז געווען די לעצטע טאג פון א קאמפיין וועלכע איז פאררופן געווארן דורך דעם ניו יארקער מעיאר צו שיקן הילף און פראדוקטן צו די געליטענע פון האריקעין מאריא וועלכע האט אטראפן פארטא ריקא, און א גרופע עסקנים אין שפיץ פון הרב סענדר ראפפארט פון די ״משביע״ קוך האבן אונטערגענומען א קאמפיין צו אויפטרייבן שטיצע צווישן אידן אין בארא פארק פאר די געליטענע אין פארטא ריקא וועלכע זענען שוין וואכן לאנג אן קיין עלעקטעריציטעט און מאנגלן אין לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.
די קאמפיין האט געהאט א שטארק סוקסעס און האט אויפגעטריבן ארום 100,000$ וואס האט ערלויבט פאר משביע צו אפליפערן א גאנצע טראק מיט סחורה היינט צום לאקאלן פייערלעשער סטאנציע פון ווי עס ווערט אפגעשיקט קיין פארטא ריקא. רבי סענדער ראפפארט האט אין א שמועס מיט די ״פיינע נייעס״ איבערגעגעבן אז די לאקאלע פייערלעשער זענען געווען גאר גערירט איבער די נאבעלע אקט, און עס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג ביי די ארומיגע פארטא ריקאנער שכנים וועלכע זעען אז די אידישע שכנים האבן מיטלייד מיט זייערע ברודער אין פארטא ריקא.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה