צענדליגע טויזנטער אידן האבן היינט געשטראמט אין ארץ ישראל צום קבר פון רחל אמנו אין די טאג פון איר יארצייט, שוין אנגעהויבן פון נעכטן מיטאג האבן הונדערטער אויטאבאסן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זיך ארויסגעלאזט פון איבער׳ן גאנצן לאנד צום קבר נעבן בית לחם. קבר רחל איז פון די איינציגע קברים אין ארץ ישראל וואס האט א קלארע מסורה פון טויזנטער יארן, און טויזנטער אידן ווערן דארט געהאלפן מיט ישועות ווי עס שטייט אין פסוק אז זי האט א כח צו פועל׳ן ישועות אין הימל. אין די לעצטע יארן איז פילפאכיג פארגרעסערט געווארן די צאל מתפללים וואס קומען זיך משתתטח זיין אויפ׳ן ציון, און דאס יאר זענען געקומען א געשאצטע 30,000 אידן דורכאויס די 24 שעה פונעם יארצייט.

בילד: טויזנטער אידן גייען ארויף צום ״קבר רחל״ אין טאג פון די יארצייט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל