דער גרינדער און פירער פון טעסלא און ספעיס-עקס, דער ערפינדער אילאָן מאסק האט היינט צום ערשטן מאל פארעפנטליכט בילדער פון די פראבע טונעל וואס ער האט געבויט אין לאס אנדשעלעס, אין וועלכע ער וועט אנהייבן פראבעס מיט זיין שעפערישע ערפינדונג פון בויען א טונעל וועלכע זאל פירן די קארס, אנשטאט דעם וואס קאר׳ס זאלן איר דורכפארן. די געדאנק איז אז די קארס זאלן אויסלעשן זייערע מאטארן ביים אריינפארן אינעם טונעל און די ספעציעלע סקעיטס זאלן אריבערפירן די קאר׳ס מיט א שנעלקייט צו די אנדערע זייט פונעם טונעל, ענליך צו די טעכנאלאגיע פון עסקעלעיטרעס.

די טונעל וואס ער האט געבויט נעבן די לאס אנדשעלעס לופטפעלד איז יעצט ארום 500 פוס און איז אויסגעשטאט מיט די טעסלא טענאלאגיע, און איבער די קומענדיגע מאנאטן וועט עס אנקומען צו א לענג פון צוויי מייל, און אויב די פראבעס גייען ווי געפלאנט וועט די טונעל פארלענגערט ווערן צו 17 מייל, און די פירמע האפט אז דאס וועט דינען אלס מאדעל און עווענטועל וועלן זיי קענען בויען הונדערטער אזעלכע טונעלן איבער גאנץ אמעריקע.

די טעכנאלאגיע פארמאגט א צווייפאכיגע אויפטוה, סיי עס פארמינערט טרעפיק וואס קען זיך מאכן אין טונעלן צוליב עקסידענטן, און אזוי אויך וועט עס דראמאטישע רעדוצירן די לופט-פארפעסטיגונג פון טויזנטער קארס. אויסער דעם ארבייט די פירמע העפטיג אויף זייער ״הייפער-לופ״ פראיעקט, א סיסטעם פון עקספרעס באנען וועלכע קענען פארן הונדערטער מייל א שטונדע א דאנק דעם וואס עס פארט אין א רער וואס נעמט אוועק די ווידערשטאנד פון די לופט.

בילד: טעסלא הייבט אן פראבעס פאר רעוואלוציאנערישע טונעל ערפינדונג
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל