ארום פופציג זענען ארעסטירט געווארן ביי א נעא-נאצי מארש וואס איז פארגעקומען נעכטן אין שוועדן. דער מארש איז מיט עטליכע טעג בעפאר יום כיפור אוועקגערוקט געווארן עטליכע גאסן, ווייל די אריגינעלע פלענער זענען געווען אז ס'זאל פארקומען פארנט פון א שוהל. ביים מארש זענען ארום פופציג ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ס'זענען אנטשטאנען געשלעגן צווישן די נעא-נאציס און די קאנטער-פראטעסטירער וועלכע האבן געוואלט איבערפאלן און צעשלאגן די נעא-נאציס. די געשלעגן האבן געפירט דערצו אז איין פאליציי אפיציר און עטליכע ציווילע זענען פארוואונדעט געווארן. באזונדער האבן די אויטאריטעטן אין שוועדן געזאגט אז זיי האבן צוריקגעהאלטן א גרופע פון 20 מענטשן וועלכע האבן געוואלט אריינקומען ביים גרעניץ פון דייטשלאנד און דענמארק, אנטיילצונעמען ביים נעא-נאצי מארש.

בילד: נעא-נאצי מארש אפגעהאלטן אין שוועדן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל