בערלין – די רעגירונג אין דייטשלאנד זאגט אז זי פארשט אויס צוויי פארשוינען אויף וועלכע ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז זיי זענען געווען פון די מערדערליכע נאצישע איינזעצגרופען ביים צווייטן וועלט קריג. די צוויי זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס קורט גוסדאק און הערבערט וואהלער, ביידע זענען שוין 95 יאר אלט און וואוינען רואיג אין דייטשלאנד. לויט באריכטן האבן זיי געשפילט א ראלע אין די איינזעצגרופען, און זיי האבן געדינט אין נאצישן מיליטער אין אוקראינע, אין די מאנאטן ווען די נאציס האבן דורכגעפירט די ברוטאלע מאסן מארדן אויף צענדליגער טויזנטער אידן אין באבי יאר, אוקראינע. ביידע לייקענען סיי וועלכע ראלע אין די מאסן מארדן, ווערנדיג אינטערוויואירט דורך עטליכע צייטונגען און נייעס אגענטורן אין דייטשלאנד, און די דייטשע פראקורארן זאגן אז זיי פארשן די צוויי און וועלן מעלדן אין די נאנטע טעג צי עס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן קלאגעס.

הוסף רשומת תגובה