שיקאגא – אן אמעריקאנער געריכט האט ארויסגעווארפן א קלאגע פון אידן און להבדיל גוים, אפשטאמיגע פון לאנד קראאטיע, וועלכע האבן געזוכט צו באקומען קאמפענסאציע געלטער צוליב זייערע ליידן ביים צווייטן וועלט קריג. די נאצי-אליאירטע רעגירונג אין קראאטיע האט געפייניגט און דערמארדעט אומצאליגע אידן און גוים ביים קריג, און עטליכע איבערלעבער און קינדער און אייניקלעך פון אומגעקומענע זענען געגאנגען אין געריכט, וועלנדיג אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל צווינגען קראאטיע צו באצאלן די געלטער. די קלעגער האבן געוואלט באקומען 3.5 ביליאן דאלאר, אבער דאס געריכט האט געאורטיילט אז די היינטיגע קראאטיע איז א גענצליך ניי לאנד, וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט דער אלטער אריגינעלער קראאטיע, קען מען איר דעריבער נישט צווינגען צו באצאלן די געלטער.

בילד: קראאטיע מוז נישט צאלן האלאקאוסט געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל