וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט אז דזשעראד קושנער און אנדערע ווייסע הויז באאמטע זענען פון פאראויס אנגעווארנט געווארן נישט צו נוצן פריוואטע אימעיל אדרעסן. לויט'ן באריכט, האט די "ען עס עי" זיך אראפגעזעצט מיט קושנער און אנדערע ווייסע הויז באאמטע, אריינגערעכנט געוועזענער שטאב הויפט רעינס פריבוס, בעפאר דער איינשווערונג פון טראמפ, און זיי געווארנט אז זיי זאלן נישט נוצן פריוואטע אימעיל אדרעסן ווייל ס'הערשט אן ערנסטער געפאר פון העקערס. למעשה האבן קושנער און די אנדערע איגנארירט די ווארענונגען, און יא גענוצט ווייטער זייערע פריוואטע אימעיל אקאונטס, און יעצט זענען זיי אונטער אויספארשונג דורך קאנגרעס, סענאט און אנדערע רעגירונג אגענטורן צו דערגיין צי זיי האבן עפעס פארלעצט, און צי עס איז מעגליך געווען האקעלע רעגירונג סודות אין געפאר פון ארויסרינען צו העקערס.

בילד: קושנער געקריגן ווארענונג איבער אימעיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל