פארטא ריקא – די אישו פון די נאכווייען פון האריקעין מאריא אין פארטא ריקא, איז געווארן פארוואנדלט אין פאליטיק, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט באשולדיגט די פארטא ריקאנער איינוואוינער, און ספעציפיש די לאקאלע רעגירונג אין שטאט סאן כואן, אז זיי זענען שולדיג אויף די לאנגזאמע ארבעט אין שאטן פון האריקעין מאריא. טראמפ האט געזאגט די ווערטער אין רעאקציע צו שארפע קריטיק וואס די סאן כואן מעיאר האט געלאזט פאלן קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז די פעדעראלע רעגירונג האט דערווייל נישט גענוג געטאן ארויסצוהעלפן די פארטא ריקאנער איינוואוינער. טראמפ זאגט אז דער מעיאר פון סאן כואן ווייזט ארויס אז זי קען נישט פירן און זי קען ניטאמאל שאפן די נויטיגע ארבעטער וואס עס פעלט זיך אויס אויף צו פארטיילן די הילף און אנהייבן מיט דער פארריכטונג ארבעט, זאגנדיג אז די פארטא ריקאנער ווילן נישט אליינס טאן די פארריכטונג ארבעט, נאר ווילן אז מען זאל אלעס טאן פאר זיי.

בילד: פארטא ריקא פארוואנדלט אין פאליטיק אישו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל