קאליפארניע – די סטעיט אויטאריטעטן אין קאליפארניע האבן געזאגט אז זיי זוכן הונדערטער, און מעגליך טויזנטער, מענטשן אנצופילן וויכטיגע נייע רעגירונג דזשאב פאזיציעס. די מאריכואנא דראג ווערט לעגאל אין קאליפארניע אנהייב יאר 18' און די רעגירונג זוכט דעריבער אנצופילן פארשידענע דזשאבס וואס וועט זיך אויספעלן אויף אנצופירן מיט דער מאריכואנא אינדוסטריע, אנגעהויבן פון רעגירונג סייענטיסטן וועמענ'ס דזשאב ס'וועט זיין דורכצוקוקן די מאריכואנא וואס ווערט אריינגעברענגט אין די סטעיט, צו פארזיכערן אז ס'איז אויסגעהאלטן לויט די געזונטהייט סטאנדארטן און גארנישט שעדליך איז נישט דערין אריינגעמישט. אויך זוכט די סטעיט עטליכע נייע לאיערס מיט ערפארונג אין דראג געזעצן, און עטליכע טייפיסטן צו העלפן אפקלאפן די אומצאליגע קאמפליצירטע געזעצן און אונטער-געזעצן פאר די לעגאלע מאריכואנא. אין א פאטענציעלן גוטן צייכן פאר קאליפארניע'ס פינאנציעלע צושטאנד, זוכט זי אויך פילע שטייער זאמלער, וויבאלד די מאריכואנא ביזנעס איז דערווארט אריינצוברענגען א ריזן פלייץ פון פארדינסטן פאר דער סטעיט רעגירונג'ס קאסע.

בילד: קאליפארניע רעגירונג זוכט פרישע ארבעטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל