אטלאנטא – א פרישע באריכט צייגט אז אין דער זעלבער צייט וואס איבער'ן לאנד שטורעמט מען איבער די קאנפעדערעיט מאנומענטן פון וועלכע מ'וויל פטור ווערן, ווערן אוועקגעשטעלט נייע אזעלכע סארט מאנומענטן. די באוועגונג אראפצונעמען די מאנומענטן, וועלכע צייכענען אפ היסטאריע פונעם אמעריקאנער בירגער קריג, האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע מאנאטן צוריק, און איז געווארן נאכמער פארשארפט מיט עטליכע וואכן צוריק ווען נעא-נאציס האבן זיך פארזאמלט אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע צו פראטעסטירן קעגן די פלענער אראפצונעמען אן ארטיגן מאנומענט און די שארלוטסוויל סיטואציע האט זיך געענדיגט טויטליך. אצינד קלערן עטליכע גרויסע סיטיס, אריינגערעכנט ניו יארק, אראפצונעמען זייערע מאנומענטן פונעם בירגער קריג עפאכע, זאגנדיג אז די מאנומענטן באעהרן פיגורן וועלכע האבן געקעמפט אנצוהאלטן קנעכטשאפט. אין דער זעלבער צייט, זענען אין די לעצטע וואכן אוועקגעשטעלט עטליכע נייע אזעלכע מאנומענטן, אריינגערעכנט אין אטלאנטא, דזשארדזשיע.

בילד: נייע קאנפעדערעיט מאנומענטן ווערן געשטעלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל