שטאקהאלם – שוועדישע אידן דרוקן אויס זארג נאכדעם וואס די פאליציי האבן געגעבן א פערמיט פאר א ראסיסטישער נעא-נאצי גרופע אפצוהאלטן א מארש פארנט פון א שוהל. די "נארדיק רעסיסטענס מאוומענט" האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו מעגן מארשירן פארנט פונעם הויפט שטאטישן שוהל אין גאטענבורג, שוועדן, און זיי האבן עס גרינג באקומען פון די פאליציי. זיי האבן נאכדעם געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן זייער מארש אום יום כיפור, ווען דער שוהל וועט זיין דאס מערסטע אנגעפילט פון סיי וועלכן אנדערן טאג איבער'ן יאר, און זיי פלאנירן צו פארפירן מיט הויכהילכער און מארשן, אויף א וועג אז דאס וועט שטערן די תפילות אינעם שוהל. מען האט דעריבער געהערט א ביטע פון גאטענבורגער אידישע איינוואוינער, אין שפיץ פון אהרן ווערשטאנדיג, טשערמאן פון שוועדישן אידישן קאונסיל, אז די פאליציי זאל צוריקציען פונעם פערמיט און נישט ערלויבן דעם פראטעסט פארצוקומען פארנט פונעם שוהל.

בילד: שוועדן אנטיסעמיטן ווילן מארש פארנט פון שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל