וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער הויפט סטראטעגיסט, סטיוו בענאן, האט זיך אראפגעזעצט פאר א לענגערן אינטערוויו מיט די באקאנטע "סיקסטי מינוטס", וועלכע איז געלופטערט געווארן זונטאג נאכט, און ביים אינטערוויו האט ער געלאזט פאלן פארשידענע אינטערעסאנטע סטעיטמענטס. צווישן אנדערן האט ער געזאגט: די רעפובליקאנער פארטיי צילט צו אנולירן די רעזולטאטן פון די פרעזידענט וואלן; טראמפ'ס ארויסווארפן דזשעימס קאומי איז געווען די גרעסטע פאליטישע טעות אין היסטאריע; ער גייט זיכער מאכן אז רעפובליקאנער וואס שטיצן נישט טראמפ'ס אגענדע וועלן טייער באצאלן; טראמפ'ס באשלוס צו לאזן קאנגרעס שטימען אויף די דאקא אימיגראציע אישו וועט ברענגען אז די רעפובליקאנער וועלן פארלירן קאנגרעס אין יאר 18'; און צום לעצט, אז ער האלט א טיפע שנאה קעגן פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש און אלע אין דער בוש אדמיניסטראציע. די אינטערוויו קומט פונקט אין א צייט וואס מ'האט געהערט אז בענאן גייט עפענען א פראנט קעגן אלע רעפובליקאנער וועלכע שטייען אויס ווידערוויילונג קומענדיגן יאר און שטעלן זיך נישט צו צו טראמפ.

בילד: סטיוו בענאן'ס אינטערעסאנטער אינטערוויו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל