וואשינגטאן – די מידיא איז נעכטן געווען פארנומען אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ, איבער א באריכט אז די טראמפ ביזנעס האט אויפגענומען א קאנסטרוקציע פירמע וועלכע איז אונטער דער אייגנטימערשאפט פון דער כינעזער רעגירונג, צו ארבעטן אויף א ביזנעס פראיעקט. די אויפדעקונג איז געקומען פון דער "מעקלאטשי" נייעס אגענטור, וועלכע האט באריכטעט אז די "דאמאק פראפערטיס" פירמע, וועלכע איז א שותף מיט די "טראמפ ארגאניזאציע", האט געשאנקען א 32 מיליאן דאלערדיגן קאנטראקט פאר די "טשיינע סטעיט קאנסטראקשען אינדזשענירונג קארפארעישאן", און די כינעזער קאנסטרוקציע פירמע וועט ארויסהעלפן מיט'ן בויען טראמפ'ס גאלף רעזארט אין דוביי, צווישן עטליכע אנדערע פראיעקטן. די מידיא האט ארויסגעהויבן אז פרעזידענט טראמפ האט געהאט פארשפראכן, אז אזוי לאנג ווי ער איז פרעזידענט וועט זיין ביזנעס נישט טאן קיין שום האנדלערייען מיט אויסלענדישע פירמעס, און מיט'ן שליסן דעם אפמאך מיט דער כינעזער פירמע, האט די טראמפ ארגאניזאציע געבראכן דעם פרעזידענט'ס פארשפרעכונג.

בילד: קריטיק קעגן טראמפ איבער כינעזער פירמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל