ווירדזשיניע – פירנדיג זיין ערשטע סעפטעמבער עלעווען געדענקמאל צערעמאניע אלס פרעזידענט, האט פרעזידענט טראמפ געגעבן א שטארקע רעדע, וואו ער האט באעהרט די נאענט צו דריי טויזנט אומגעקומענע און האט פארשפראכן אנצוהאלטן אמעריקע'ס קאמף קעגן טעראר און קעגן סיי ווער עס וויל טשעפען מיט אמעריקע. אין זיין רעדע ביים פענטאגאן, וועלכע איז אויך געווען איינס פון די צילן פון די טעראריסטן אין יענעם ביטערן טאג, האט דער פרעזידענט געזאגט אז ער וויל ווארענען די טעראריסטן, "אמעריקע קען נישט ווערן אנגעשראקן," און די וועלכע וועלן זיך יא וואגן אויסצופרובירן אמעריקע'ס שטארקקייט "וועלן ארויפגעשטעלט ווערן אויף דער לאנגער ליסטע פון אונזערע פיינט וועלכע זענען באזיגט געווארן". אויסער טראמפ'ס רעדע ביים פענטאגאן, האט וויצע פרעזידענט מייק פענס אנטיילגענומען ביי א צערעמאניע אין שענקסוויל, פענסילוועניע, וואו "פלייט 93" האט אראפגעקראכט אויף א ליידיגן פעלד, נאכדעם וואס פאסאזשירן האבן פרובירט בייצוקומען די היידזשעקערס.

בילד: טראמפ: אמעריקע קען נישט ווערן אנגעשראקן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל