קאליפארניע – די אלגעמיינע אמעריקאנער בירגער דערווארטן היינט 3 נייע ווערסיעס וואס די "עפל" טעכנאלאגיע פירמע וועט ארויסשטעלן פון איר פאפולערן "אייפאון". "עפל" האלט אפ א ספעציעלן קאנפערענץ יעדעס יאר סעפטעמבער, וואו זי שטעלט ארויס נייע פראדוקטן און נייע ווערסיעס פון אלטע פראדוקטן, אבער זי האט שוין מיט כמעט א יאר צוריק געזאגט אז דער היי-יאריגער קאנפערענץ וועט זיין דראמאטיש אנדערש ווי געווענליך, ווייל די נייע סארט אייפאונס וואס זי וועט ארויסשטעלן, וועלן זיין גענצליך אנדערש ווי די ביז יעצטיגע, מיט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, גרעסערע סקרינס, בעסערע קאמערעס און נאך. "עפל" האלט גאר גוט אירע פראדוקטן אלס א געהיימעניס בעפאר עס קומט אפיציעל ארויס, און דערווייל זענען אלעס ביז יעצט געווען בלויז שמועות, און היינט וועט מען הערן פונקטליך און אקוראט וואס די נייע סארט אייפאונס פארמאגן. איין זאך איז זיכער, אז די נייע גייען קאסטן ארום טויזנט דאלער א שטיק (!) און עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען צי די דראסטישע העכערונג אין פרייז, וועט אויסמאכן אין די סעילס, אז מענטשן וועלן איינזען אז ס'לוינט זיך באמת נישט צו שפענדן אזא גרויסן פראצענט פונעם "פּעי-טשעק" פאר אזא נארישקייט...

בילד: דערווארטונג פאר עפל'ס נייע אייפאונס היינט 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל