וואשינגטאן – ניו יארק, קאליפארניע, ווערמאנט, מערילאנד און פענסילוועניע, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער רעגירונג, איבער דעם וואס זי האט אפגעשטופט א סעריע גאזאלין רעגולאציעס וועלכע האבן שוין געזאלט אריינגיין אין קראפט. די רעגולאציעס זענען באשטעטיגט געווארן דורך דער פעדעראלער רעגירונג אונטער פרעזידענט אבאמא, און עס האט געצילט צו הייבן די געלט שטראפן אויף קאר פירמעס וועלכע פאבריצירן קארס וואס פארנוצן א סאך גאזאלין און שטעלן זיך נישט צו צו די סטאנדארטן אז די קארס זאל פארנוצן ווייניגער גאזאלין פער מייל. די טראמפ אדמיניסטראציע האט סוספענדירט די רעגולאציעס פון אריינגיין אין קראפט מיט עטליכע וואכן צוריק, נאכדעם וואס קאר פירמעס האבן פראטעסטירט אז די רעגולאציעס וועלן אויף זיי זיין א פרישע פינאנציעלע אנלייגעניש, וואס ס'וועט זיי קאסטן איין ביליאן דאלער יערליך. די 5 דעמאקראטיש-געפירטע סטעיטס קלאגן אבער, אז די רעגולאציעס העלפן באשיצן די ענווייראמענט, העלפט צושטעלן בעסערע לופט צום אטעמען, און העלפט קאר אייגנטימער זיך שפארן געלט ביים גאזאלין פאמפ.

בילד: פינף סטעיטס קלאגן פעדעראלע רעגירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל