ניו יארק – שארפע קריטיק האט מען געהערט פון ניו יארקער פאליטישאנס, איבערהויפט פונעם ניו יארק סענאטאר טשאק שומער, קעגן די "פארט אויטאריטי", נאכדעם וואס עס זענען ערשינען באריכטן אז די אגענטור האט געשניטן פארשידענע בענעפיטן פון אזעלכע איינגעשטעלטע וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס העלדן אינעם ביטערן טאג פון סעפטעמבער עלעווען מיט זעכצן יאר צוריק. די באריכטן זענען ערשינען אינעם "ניו יארק פאוסט" וועלכע האט אויפגעדעקט אז די אגענטור האט צוריקגעצויגן פון ספעציעלע וואקאציע טעג וואס זי האט געהאט אריגינעל פארשפראכן פאר צען איינגעשטעלטע אין די "פארט אויטאריטי," וועלכע האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און אוועקגעשלעפט אן אינוואליד פון די ברענענדיגע צווילינג טורעמעס, געציילטע מינוטן נאכדעם וואס די טעראריסטן האבן דערין אריינגעשמעטערט מיט קאמערציאלע פליגערס. די 10 האבן געשלעפט דעם פארקריפלטן קאלעגע-ארבעטער, דזשאן אברוזא, אראפ 69 שטאקן דורך די שטיגן פונעם צפון טורעם, פאר איינס און אהאלב שעה, און זיי זענען ארויס פון דער געביידע געציילטע סעקונדעס איידער ס'האט זיך צוזאמגעלייגט. די פארט אויטאריטי האט זיי אריגינעל געגעבן יערליך איין טאג מער וואקאציע, אבער שטילערהייט האט זי דאס אוועקגענומען אין יאר 11', צוליב "בודזשעט פראבלעמען".
הוסף רשומת תגובה