טעקסאס – סייענטיסטן אינעם "אוניווערסיטעט אוו טעקסאס" זאגן אז זיי האבן ערפונדן א ספעציעלן פעדער וועלכע וועט ארויסהעלפן דאקטוירים ביים דורכפירן אפעראציעס ארויסצונעמען שעדליכע קענסער געוויקסן. א הויפט פראבלעם אין וועלכע דאקטוירים שטויסן זיך אן ביים דורכפירן אזעלכע אפעראציעס, איז אז צומאל רעדט מען זיך איין אז מ'האט ארויסגענומען 100 פראצענט פונעם געוויקס, און ליידער בלייבט איבער אפילו א קליין ביסל און דאס צעוואקסט זיך אין א פרישן גרויסן געוויקס. דער "מעספּעק" פעדער איז א ספעציעלע מאשינקע אין פארעם פון א פעדער, וואס דאקטוירים וועלן קענען נוצן בשעת'ן אפערירן אויף א קענסער געוויקס. עס ארבעט דורכדעם וואס עס לאזט ארויס א טראפל וואסער אין די צעלן וואו דער דאקטער וויל אונטערזוכן, אינעם צעל זאמלט דאס טראפל וואסער כעמיקאל-סעמפלס פונעם צעל, און דערנאך ווערט דאס טראפל צוריק אריינגעשלעפט אינעם פעדער, וואס קען אידענטיפיצירן ביז 10 סעקונדעס צי דער צעל פארמאגט אין זיך קענסער אדער נישט. דאס וועט פיל פארשנעלערן קענסער אפעראציעס און זיי מאכן מער סוקסעספול, בעז"ה.

בילד: פעדער וועט העלפן מיט קענסער אפעראציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל