פלארידע – זעקס מיליאן איינוואוינער פון פלארידא זענען געווען אונטער עוואקואציע פארארדענונגען אין די לעצטע פאר טעג, אין בעפארברייטונג צו האריקעין אירמא. אצינד ווען די מאסן וועלן זיך אנהייבן צוריקקערן צו זייערע הייזער, וועלן איינס פון די קלענערע פראבלעמען זיין די עסנווארג אינעם פרידזשידער און פריזער, ווייל אויב זענען געווען לענגערע קורצשלוסן, קען זיין אז עסנווארג וואס ווערט גרינג פארשימלט איז אויפגעלאזט געווארן און צוריק פארפרוירן נאכדעם וואס די עלעקטער איז צוריק געווארן אקטיוויזירט. נו, וויאזוי ווייסט מען צי דאס האט פאסירט? בכלל איז די פראגע אויך שייך אויב מ'פארט אוועק פאר א לענגערע וואקאציע און מ'קומט צוריק און מ'הערט אז ס'איז געווען א שטיק צייט א קורצשלוס. די "אטלאנטא זשורנאל" אין דזשארדזשיע האט פובליצירט א גאר פשוט'ע עצה, אז איידער מען פארט אוועק אויף די לאנגע וואקאציע, אדער מען עוואקואירט בעפאר א נאטורליכע קאטאסטראפע, זאל מען אריינשטעלן אינעם פריזער א גלאז וואסער און עס לאזן ווערן פארפרוירן, און נאכדעם וואס עס איז שוין פארפרוירן, זאל מען ארויפשטעלן א פעני דערויף. אויב ווען מען קומט צוריק, טרעפט מען די פעני איינגעפרוירן אינמיטן דעם גלעזל וואסער, זאל מען וויסן אז די האקעלע עסנווארג אינעם פריזער האבן זיך אויפגעלאזט צו א שטאפל אז ס'איז מער נישט געזונט צו עסן. דער "זשורנאל" זאגט אז א פעני ארבעט דאס בעסטע, ווייל די קופער רעאגירט שנעלער צו ווארימקייט, בעסער ווי אנדערע מטבעות.

בילד: א פעני קען דערציילן איבער עסנווארג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל