האריקעין אירמע וועלכע איז שוין יעצט אפגעשוואכט צו א טראפישע שטורעם האט איבערגעלאזט שווערע חורבנות אין פילע שטעט אין פלארידע, און אזוי אויך אויסגעשאלטערט די עלעקטעריציטעט פאר א גרויסע טייל פון די איינוואוינער אבער די שווערסטע שאדן האט עס אנגעברענגט אויף די שטעט אין די פלארדיע קיעס. עס ווערט געשאצט אז ארום 25% פון אלע הייזער דארט זענען גענצליך רואינירט. און 65% האבן געליטן שווערע שאדנס.

די פלארידע קיעס זענען א רייע אינזלן צי די צפון זייט, אויף א שטח פון ארום 137 מייל. זיי זענען די ווייטסטע טעראטאריע פון אמעריקע צו צפון זייט. זיי געפונען זיך ארום 15 מייל צפון פון מיאמי און זענען באוואוינט מיט ארום 77 טויזנט איינוואוינער. און זיי זענען באטראפן געווארן מיט ווינטן פון ארום 130 מ.פ.ש.

דער פלארידע גאווערנער ריק סקאט מיט א צאל איינוואוינער האבן זיך היינט צום ערשטן מאל אומגעקוקט אויף די שאדנס, און דאס בליד וואס האט זיך אנטפלעקט פאר זייערע אויגן איז גאר שרעקליך, די גאנצע ראיאן איז ווי איין גרויסע בארג פון ברוכווארג, ארום 200 עלעטעריק שטאנגן זענען אומגעפאלן, און אלע וואסער און עלעקטעריציטעט איינריכטונגען זענען גענצליך קאפוט. מען גלויבט אז עס וועט נעמען מאנאטן ביז די איינוואוינער וועלן זיך קענען אומקערן צו די היימען.

בילד: האריקעין אירמע לאזט איבער שווערע חורבנות אין פלארידע קיעס

בילד: האריקעין אירמע לאזט איבער שווערע חורבנות אין פלארידע קיעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל