האריקעין אירמע האט געמאכט איר ערשטע לאנדונג אויף יבשה אלס א קאטעגאריע 4 שטורעם איבער די קאריביער אינזלן בארבודע און דאן סענט מארטין, און די ווירדשין אינזלן. די שטורעם האט געברענגט גאר שווערע שאדנס צו די אינזלן און אזוי אויך 24 טויטע. אום פרייטאג סעפטעמבער 8 איז די שטורעם אנגעפאלן קובא און עס האט דארט אנגעמאכט אומגעהויערע שאדנס. און דערווייל זענען באריכטעט אמווייניגסטנס 10 טויטפעלער.

די שטורעם האט דירעקט באטראפן די היסטארישע הויפטשטאט האוואנע און האט געברענגט שווערע שאנדס אין די גאר ארימע געגנטער, און אזוי אויך אויסגעשטאלטערט די עלעקטעריציטעט, און צוליב די פארלערטערטע סיסטעמען ווערט געשאצט אז עס קען נעמען מאנאטן צו געהעריג צוריקשטעלן די עלעקטעריציטעט.

פילע האטעלן ביי די וואסער פראנט זענען שווער רואינירט געווארן און אזוי אויך איז די לופטהאפען שווער געשעדיגט געווארן און די מאסיווע שאדן קען האבן א גאר שווערע עפעקט אויף די אזוי אויך שוואכע עקאנאמיע פון קובא און ספעציעלע אויף איר טוריזם אינדוסטרי וואס האט שטארק אויפגעבליהט אין די לעצטע יארן.

בילד: הויפטשטאט פון קובא ליידט גאר שטארק פון האריקעין אירמע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל