טראפישע שטורעם אירמע האט פארלאזט פלארדיע און איז אנגעקומען נעכטן נאכט קיין דשארדשיע און קיין נארט קאראליינע מיט ווינטן פון ארום 50 מ.פ.ש, עס זענען שוין באריכטעט געווארן איבער 4 טויטפעלער אין די סטעיטס. און איבער א האלב מיליאן איינוואוינער זענען אויסגעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט,

אין די זעלבע צייט טוען די פלארידע איינוואוינער אנהייבן זיך צוריקקערן צו די היימען און אפשאצן די שאדנס, אבער אויטאריטעטן ווארענען אז אין געוויסע געגענטער הערשט נאך א געפאר פון פארפלייצונגען. נעכטן זענען איבער 15 מיליאן היימען געווען אויסגעשאלטערט פון עלעטעריציטעט. דאס איז איבער צוויי דריטל פון גאנץ פלארידע, דאס אויסשאלטערונג פון עלעקטעריציטעט מיינט אז די שטאט פונקציאנירט אינגאנצן נישט, און טייל שטעט איז אויך נישטא קיין וואסער און טעלעפאנישע פארבינדונג.

היינט אינדערפרי האט מען אנגעהויבן זיך צו ערהוילן, און די מערהייט פון די עלעטעריציטעט איז צוריקגעשטעלט געווארן אבער נאך אלס זענען דא ארום 6 מיליאן היימען אן קיין עלעטעריק ספעציעל אויף די דרום זייט פון פלארידע, און די מיליאנען איינוואוינער וועלן זיך נאכנישט קענען אומקערן אזוי שנעל ביז ווילאנג די עלעקטעראנישע איינריכטונגען ווערן נישט פארראכטן. און דער גאווערנער האט געזאגט אז עס קענען נאך נעמען א לאנגע צייט ביז די עלעטעריציטעט ווערט פולשטענדיג צוריקגעשטעלט.

בילד: אירמע קומט אן קיין דשארדשיע ווען פלארידע הייבט זיך אן ערהוילן

מאפע: אירמע קומט אן קיין דשארדשיע ווען פלארידע הייבט זיך אן ערהוילן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל