וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט צוריקקערן אן אוצר פון אידישע כתבים, ספרי קודש און אנדערע אינטערעסאנטע און היסטארישע אידישע דאקומענטן, פאר דער איראקער רעגירונג. ביים אינוואדירן איראק, האבן אמעריקאנער זעלנער געשטורעמט די איראקער פאלאצן און שאצקאמערן, און האבן דארטן געפונען פילע אוצרות פון היסטארישע דאקומענטן און ארטיקלען, אריינגערעכנט עטליכע היסטארישע ספרי תורה און ספרי קודש פונעם אמאליגן בליענדיגן אידנטום אין איראק. פילע פון די היסטארישע ארטיקלען זענען געברענגט געווארן קיין אמעריקע, אבער ווי נאר די איראקער רעגירונג איז צוריקגעשטעלט געווארן, האבן זיי אנגעהויבן פראטעסטירן אז זיי דארפן צוריק די זאכן, ווייל לעגאל באלאנגט עס פאר זיי. אידישע גרופעס האבן לאביאירט די אמעריקאנער רעגירונג זיך נישט צו לאזן פון איראק, אבער דער סטעיט דעפארטמענט זאגט אז זיי האבן יעצט ענדגילטיג געפאסט דעם באשלוס, און קומענדיגן יאר סעפטעמבער וועלן אלע ארטיקלען צוריקגעשיקט ווערן קיין איראק.

בילד: אידישע אוצרות וועלן צוריקגיין קיין איראק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל