מיאנמאר – יו-ען באאמטע האבן באשולדיגט נעכטן, אז דאס מיאנמאר מיליטער האט אין די לעצטע טעג אנגעהויבן אויסלייגן "לאנד מינע" באמבעס לענגאויס די גרעניץ צווישן מיאנמאר און בענגלאדעש, וואס דער ציל דערפון איז צו טשעפען מיט די רוהינגא מוסולמענער, וועלכע זוכן צו אנטלויפן פון מיאנמאר צוליב די סיסטעמאטישע רדיפות וואס די מיאנמארער רעגירונג, וועלכע איז א מערהייט בודהיסטיש און אנטי-מוסולמענער, פירט אן קעגן די רוהינגאס. דער ציל פון די מינעס איז נישט אפצוהאלטן רוהינגא מוסולמענער פון אנטלויפן, נאר אז די וועלכע ווילן צוריקקומען, זאלן עס נישט קענען טאן, און די וואס וועלן עס יא טאן, וועלן די לאנד מינעס עקספלאדירן אונטער זייערע פיס און זיי וועלן אומקומען, און די יו-ען אבזערווירער זאגן אז די מינעס האבן שוין געקאסט עטליכע רוהינגא לעבנס און פילע פארוואונדעטע.

בילד: סיטואציע אין מיאנמאר פארערגערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל