פאריז – מינאריטעטן גרופעס אין פראנקרייך האבן אנגעהויבן פארפירן קעגן דער רעגירונג, נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז די פראנצויזישע עמורדזשענסי באאמטע זענען באגאנגען אפענע דיסקרימינאציע אין לויף פון האריקעין אירמא. דער היסטארישער האריקעין האט, צווישן אנדערן, באטראפן דעם סענט מארטין אינזל, וואס העלפט דערפון באלאנגט פאר דער פראנצויזישער רעגירונג, און צעביסלעך זענען אפירגעקומען באווייזן, אז ווען די עמורדזשענסי באאמטע האבן דורכגעפירט עוואקואציעס אראפ פונעם אינזל, ווי נאר דער האריקעין האט עס אנגעהויבן באפאלן, האבן זיי געשטעלט ווייסע און אויסלענדישע טוריסטן אלס א פריאריטעט, מער ווי די שווארצע פערמאנענטע איינוואוינער און אנדערע מינאריטעטן וועלכע האלטן זיך אויף אויפ'ן אינזל א גאנצן יאר. פראנקרייך'ס "קאונסיל אוו בלעק אסאסיעשאנס" האט געשריבן נעכטן א בריוו צום פארלאמענט, פארלאנגענדיג אן אויספארשונג, זאגנדיג אז האריקעין אירמא איז מעגליך געווען פראנקרייך'ס "קאטרינע" – דער האריקעין וואס האט באטראפן לואיזיאנא אין 05' און די רעגירונג איז באשולדיגט געווארן אין רעאגירן לאנגזאם צוליב וואס א מערהייט אפעקטירטע זענען געווען שווארצע.

בילד: איז אירמא פראנקרייך'ס קאטרינע?

מאפע: איז אירמא פראנקרייך'ס קאטרינע?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל