מאסקווע – דער רוסישער דעפיוטי אויסערן מיניסטער, סערגעי ראיאבקאוו, האט נעכטן געזאגט ציניש אז עס איז צייט אמעריקע זאל אויפהערן אנהייצן פרישע קאנפליקטן צווישן איר און רוסלאנד און צווישן איר און אנדערע לענדער, און אנשטאט זאל אמעריקע אנהייבן טרעפן לעזונגען. די ווערטער זענען געקומען אין דער זעלבער צייט וואס מ'האט געהערט אז דייטשלאנד'ס קאנצלער ענגעלע מערקעל איז גרייט צו פרובירן שאפן א דיפלאמאטישע לעזונג צום קריזיס צווישן די מערב וועלט און צפון קארעא. די דייטשע רעגירונג זאגט אז מערקעל גייט אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס רוסלאנד האט דירעקטע באציאונגען און האנדלונגען מיט צפון קארעא, און מערקעל וועט הערן פון פוטין צי צפון קארעא איז גרייט אויף א דיפלאמאטישע' לעזונג. די אנטוויקלונג באדייט אז דייטשלאנד זוכט א לעזונג איבער צפון קארעא, אן דעם וואס זי זאל בכלל אריינמישן דערין די אמעריקאנער רעגירונג.

בילד: רוסלאנד: אמעריקע דארף טרעפן לעזונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל