קאנאדע – א פליגער פון פאריז האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג נאכדעם וואס איינס פון די מאטארן האט זיך צעבראכן אין דער לופטן. דער עיר פרענס פליגער איז געווען אויפ'ן וועג פון פאריז קיין לאס אנדזשעלעס, ווען פארנדיג העכער'ן אטלאנטיק ים, האט זיך איינס פון די מאטארן צעבראכן און עטליכע שטיקער זענען אראפגעפאלן. די פילאטן האבן באוויזן צו מאכן א שנעלע עמורדזשענסי לאנדונג אין לאבראדאר, קאנאדע, און קיינער פון די פאסאזשירן איז נישט פארוואונדעט געווארן. דער פליגער איז געווען אן "עירבאס 380" און איז ארום זיבן יאר אלט. עירבאס האט אבער דערווייל נישט קאמענטירט אויפ'ן אינצידענט, און די קאנאדישע אוויאציע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז זיי מאכן די אראנזשירונגען צו שיקן די פאסאזשירן צו זייערע דעסטינאציעס. א ברייטע אויספארשונג איז דערווארט.

בילד: פאריז פליגער'ס עמורדזשענסי לאנדונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל