שוועדן – א געריכט אין שוועדן האט געאורטיילט אז א געפלאנטע נעא-נאצי מארש, וועט נישט קענען אפגעהאלטן ווערן פארנט פון א לאקאלער שוהל. דער געריכט אורטייל קומט נאכדעם וואס עטליכע וואכן צוריק איז אנטשטאנען א שטורעם, ווען מ'האט געהערט אז די נעא-נאצישע "נארדיק רעזיסטענס" באוועגונג וויל אפהאלטן אן אנטיסעמיטישע ראלי פארנט פונעם שטאטישן שוהל אין גאטענבורג, שוועדן, אום יום כיפור נאכמיטאג. דאס האט באלד ארויסגערופן אויפברויז ביי די לאקאלע אידישע איינוואוינער, וועלכע האבן געבעטן די פאליציי אפצוזאגן די פערמיטן פאר דער גרופע, וויבאלד זיי וועלן שטערן די תפילות פון יום כיפור און אויך שטעלן אין געפאר די לעבנס פון די מתפללים. עווענטועל איז די זאך אריינגעפירט געווארן אין געריכט, וואו ס'איז נעכטן ארויסגעגעבן געווארן דער אורטייל אז די ארגאניזירער פונעם פראטעסט וועלן נאר קענען מארשירן עטליכע גאסן ארויפציר, גענוג ווייט פונעם שוהל.

בילד: שוועדן נאצי-מארש נישט פארנט פון שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל