בעלגיע – א געריכט אין בעלגיע האט געאורטיילט אז א טרויעריג-בארימטער האלאקאוסט לייקענער וועט מוזן באזוכן א נאצי קאנצענטראציע לאגער. דער פארשוין, לאורענט לואיס, וועלכער האט מיט עטליכע יאר צוריק געדינט אלס פארלאמענט מיטגליד, איז שוין געפונען געווארן שולדיג אין יאר 15' אויף קלאגעס אז ער האט געלייקנט דעם האלאקאוסט דורכ'ן זאגן אז די ברוטאליטעטן פון די נאציס בשעת זייער אקופאציע אויף בעלגיע איז בכלל נישט געווען אזוי געפערליך, און ער איז דאן פאראורטיילט געווארן צו א סוספענדירטן טורמע אורטייל פון 6 מאנאטן און האט געדארפט באצאלן צוואנציג טויזנט דאלאר שטראף געלטער. ער האט למעשה נישט אויפגעגעבן מיט זיינע פובליק סטעיטמענטס איבער לייקענען די סיסטעמאטישע מאסן מארדן וואס די נאציס האבן אונטערגענומען קעגן מיליאנען אידן ביי דער קריג, און אצינד איז ער פריש פאראורטיילט געווארן, אז אין די קומענדיגע פינף יאר, וועט ער יעדעס יאר דארפן באזוכן א געוועזענע נאצי קאנצענטראציע לאגער, און דערנאך וועט ער דארפן אפשרייבן אן ארטיקל איבער זיינע איינדרוקן ביי די באזוכן.

בילד: בעלגישער האלאקאוסט לייקענער פאראורטיילט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל