לבנון – דער לעבאנעזער פרעזידענט האט געזאגט אז ער וויל אז די איינס און א האלב מיליאן סירישע פליטים וועלכע וואוינען און האלטן זיך אויף אין זיין לאנד, זאלן צוריקגיין קיין סיריע. פרעזידענט מישאל אואון האט באזוכט אין פראנקרייך, וואו ער האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון צו רעדן איבער פארשידענע וויכטיגע אישוס, און די טעמע פון דער סירישער בירגער קריג איז אויפגעקומען, וואו פרעזידענט אואון האט געזאגט אז די אומצאליגע סירישע פליטים האלטן זיך אויף אין יו-ען לאגערן און קעמפס לענגאויס לבנון'ס גרעניץ מיט סיריע, וואס זייער צושטאנד אין די קעמפס זענען בכלל נישט גוט, מיט פילע פארשפרייטע קרענק, א מאנגל אין עסנווארג און אויך אין קריטישע מעדיצינען. אואון זאגט אז ער וויל אונטערנעמען א קאמפיין צוריקצושיקן די פליטים קיין סיריע, און די וועלכע וועלן נישט גיין פון אייגענעם ווילן, וועט זיין מיליטער זיין געצווינגען זיי צו דעפארטירן. ער טענה'ט אז די פליטים האבן בעסערע שאנסן איבערצולעבן און צו זיין געזונט אין סיריע ווי איידער אין די לאגערן. פרעזידענט מאקרון האט אבער געזאגט אז ער האלט אנדערש ווי אואון, ווייל אזוי לאנג ווי די געפעכטן און שלאכטן גייען אן אין סיריע, קענען די פליטים זיך נישט צוריקקערן אהיים.

בילד: לבנון וויל פארטרייבן סירישע פליטים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל