טעהראן – עס האט זיך נעכטן ארויסגעשטעלט אז איראן האט בכלל נישט אויסגעפרואווט א נייעם סארט באליסטישן מיסיל פארגאנגענע וואך פרייטאג. דאס איראנער מיליטער האט פרייטאג אפגעהאלטן א פאראדע אין דער הויפטשטאט טעהראן, וואו זי האט פאראדירט א נייעם סארט מיסיל, און א פאר שעה נאך דער פאראדע האבן איראנער נייעס אגענטורן געלופטערט בילדער וויאזוי דאס מיליטער פרובירט אויס דעם נייעם מיסיל. איראנער רעגירונג באאמטע האבן שפעטער באשטעטיגט די אנטוויקלונג און זיך געגרויסט אז דער טעסט איז געווען א סוקסעס, און די גאנצע אנטוויקלונג האט אפילו געברענגט א גאר אויפגעברויזטע רעאקציע פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וועלכער האט געשריבן, "איראן האט נארוואס ארויסגעשאסן א טעסט פון א באליסטישן מיסיל וועלכע קען גרייכן מדינת ישראל. זיי ארבעטן אויך מיט צפון קארעא. מיר האבן בכלל נישט קיין שום אפמאך מיט זיי". אצינד שטעלט זיך ארויס, פון פענטאגאן קוועלער וועלכע האבן איבערגעגעבן די אינפארמאציע נעכטן נאכמיטאג פאר "פאקס ניוז", אז קיין שום טעסט איז בכלל נישט דורכגעפירט געווארן, און די בילדער וואס די איראנער נייעס אגענטורן האבן געלופטערט, איז געווען פון אן אלטן טעסט פארלאפענעם יאנואר. עס איז נישט קלאר דערווייל די מאטיוון וואס איראן האט געהאט אין אנדרייען דעם אומזיסטיגן שטורעם.

בילד: איראן האט פאלסיפיצירט מיסיל טעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל