בערלין – גרויס דראמא שפילט זיך אפ אין דייטשלאנד, אלס טייל פון די נאכווייען פון די שטוינענדע שטארקע געווינסן וואס די עקסטרעם-רעכטע "עי-עף-די" פארטיי האט אפגעהאלטן ביי די נאציאנאלע וואלן די וואך זונטאג. נעכטן האט מען געהערט אז די פירערין פון דער פארטיי, פראוק פּעטרי, האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע, דערקלערנדיג אז די פארטיי איז געווארן צו עקסטרעם און ראדיקאל, און זי קען דעריבער נישט זיין מער א טייל דערפון. פעטרי'ס שריט איז אויפגענומען געווארן מיט שאק, נעמענדיג אין באטראכט אז אין לויף פון די לעצטע יארן איז זי געווען די גרעסטער פובליק-פיגור פון דער פארטיי. איר רעזיגנאציע איז געווען אינמיטן ווען די פארטיי פירערשאפט האט אפגעהאלטן א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ אויסצושמועסן זייערע פלענער פאר'ן צוקונפט, האט זי זיך געגעבן א הייב אויף פון איר זיץ און ארויסגעשטורעמט פונעם זאל, זאגנדיג אז זי קען נישט שטיצן א פארטיי וועלכע איז געווארן אן "אנארכיסטישע פארטיי" און האט נישט קיין שום געהעריגע פלענער וויאזוי צו זיין א טייל פון דער רעגירונג. אנדערע פיגורן פון דער עקסטרעם-רעכטער פארטיי האבן פרובירט אראפצושפילן די אנטוויקלונג, זאגנדיג אז זי האט בכלל נישט געשפילט אזא וויכטיגע ראלע אין דער פארטיי.
הוסף רשומת תגובה