ברוקלין – נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן פינף יאר פונעם היסטארישן האריקעין סענדי וואס האט באטראפן ניו יארק סיטי, און די עם-טי-עי אגענטור האט פארשפראכן אז זיי האלטן אינמיטן א מאסיווע רע-ארגאניזירונג, צו זיין בעסער גרייט דאס קומענדיגע מאל ניו יארק ווערט באטראפן פון אזא סארט ערנסטע קאטאסטראפע. די עם-טי-עי זאגט אז זי האט אוועקגעשטעלט א נייע אפטיילונג, די "סאבוועי טעכנאלאגיע, צוגרייטונג און קאמיוניקאציע" אפטיילונג, וועמענס ארבעט עס וועט זיין צו פארזיכערן שטענדיג אז דער ניו יארק סיטי סאבוועי סיסטעם און אנדערע פובליק טראנזיט סיסטעמען זענען גרייט פאר קורצשלוסן, האריקעינס און גרויסע היץ כוואליעס, נישט צו האבן אן איבערשפיל פון די טעג און וואכן נאך האריקעין סענדי, ווען עס האט געדויערט גאר א לאנגע צייט צוריקצושטעלן אלע טראנספארטאציע סיסטעמען ווי געהעריג.

בילד: עם-טי-עי פארשפרעכט נאך-סענדי רעפארמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל