לאנדאן – א פארלאמענט באריכט אין ענגלאנד באשולדיגט די 2 אמעריקאנער פירמעס "עמעזאן" און "איבעי" אויף פראפיטירן דורך פארקויפערס וואס באשווינדלען די בריטישע בירגער ווען זיי רעכענען נישט צו די “וועליו-עדעד-טעקס” שטייער אויף פראדוקטן וואס ווערן פארקויפן דורך זייערע סייטס. דער באריכט שאצט אפ אז ארויף ביז 1.5 ביליאן פונט אין שטייערן זענען אפגעהאלטן געווארן דורך “דריטע-פארטיי” פארקויפערס אויף די צוויי אנליין מארקעט-ערטער, דורך נישט צורעכענען סעילס שטייערן אויף פראדוקטן וואס זיי פארקויפן פאר מענטשן אין ענגלאנד. די פארלאמענט-פארשטייער אין די עפנטליכע קאנטעס קאמיטע האבן קריטיקירט די רעגירונג’ס “קעניגליכע שטייער און פארדינסט דעפארטמענט”, וואס זאמלט די שטייערן, פאר'ן זיין “צו פארזיכטיג” אין נאכגיין די שווינדלערס און זיי מאכן באצאלן די שטייערן. עמעזאן און איבעי זאגן אז זיי ארבעטן מיט דער דעפארטמענט אויסצוגראדן די אישו.

בילד: בריטישע פארלאמענט קריטיקירט עמעזאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל